דער קאָרפּוס פֿון דער ייִדישער שמועסשפּראַך אין אײראָפּע (קישאָ) איז אַ דיגיטאַלישער אַרכיװ פֿאַר פֿאָרשערס, לערערס, סטודענטן און אַלע אַנדערע װאָס װילן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער גערעדטער ייִדישער שפּראַך. דער קאָרפּוס באַשטײט פֿון הונדערטער אינטערװיוען מיט ייִדן װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, אין װידעאָ־ און אױדיאָ־פֿאָרמאַט, צוזאַמען מיט פּינקטלעכע טראַנסקריפּטן — סײַ אין ייִדישן אַלף־בית, סײַ אין ראָמאַניזירונג. אַלע מאַטעריאַלן אינעם קאָרפּוס זענען פֿרײַ צוטריטלעך פֿאַרן ברײטן עולם דאָ אױף דעם װעבאָרט.
די אינטערװיוען קומען פֿון די קאָלעקציעס פֿון דער שואה־פֿונדאַציע בײַם דרום־קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט. לײענט איבער די באַניץ־תּנאָים אײדער איר באַניצט זיך װײַטער מיטן קאָרפּוס.
(דאָ װעט מען דערקלערן די צילן פֿונעם פּראָיעקט און איבערגעבן דעם באַניצער די נײטיקע אָנװײַזונגען.)
דער קישאָ איז אַ פּראָיעקט אין גאַנג, װאָס װערט אַדורכגעפֿירט אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בױרקלי, אונטער דער אַקאַדעמישער השגחה פֿון פּראָפֿ’ אײַזיק בלימאַן.
אױב איר װילט אױסבעסערן אַ גרײַז אין אַ טראַנסקריפּט צי אין די מעטאַ־דאַטן פֿון קאָרפּוס, זײַט אַזױ גוט און פֿילט אױס דעם פֿאָרמולאַר אױף „גיטהאָב“. מע זאַרף זיך קודם אַרײַנלאָגירן אין „גיטהאָב“ (און שאַפֿן אַ קאָנטע, אױב נײטיק) כּדי צו באַקומען צוטריט צום פֿאָרמולאַר.
אױב איר האָט אַנדערע פֿראַגעס אָדער באַמערקונגען, שיקט אונדז אַ בריװל אױף דעם אַדרעס: info@yiddishcorpus.org